מיר אַרבעטן פֿאַר יעדנס רעכט צו זײַן געזונט

אונדזערע אויפֿגאַבעס זײַנען צו אַנטװיקלען און אונטערשטיצן די געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעט װעגן פּראָטעזשירן געזונט, פֿאַרהיטן קראַנקײטן און באַשיצן די באַפֿעלקערונג קעגן פֿאַרשײדענע געזונט־סכּנות.

מיר אַרבעטן פֿאַר דער רעגירונג, אָבער בכּלל איז אונדזערע אונטערנעמונגען נישט פֿאַרן ברײטן עולם. אַדרבא זײַנען מיר אַ צענטער פֿאַר קענטשאַפֿט און צוזאַמענאַרבעט פֿאַר למשל קאַונטיס, קאָמונעס, מלוכישע אַדמיניסטראַציעס און רעלעװאַנטע אָרגאַניזאַציעס.

אַ גוט געזונט איז די װיכטיקסטע זאַך פֿאַר ס'רובֿ מענטשן. אין משך פֿון אַ לאַנגער צײַט איז דאָס געזונט פֿון שװעגן געװאָרן בעסער. מיר לעבן אַלץ לענגער און אויך אַנדערע אינדיקאַציעס באַװײַזן אַז דאָס געזונט פֿון שװעדן װערט בעסער. בסך־הכּל זײַנען מיר אַלץ מער געזונט, אָבער, עס דאַכט זיך, די אונטערשײד צ ֹװישן די גרופּעס מיטן בעסטן און דעם שלעכסטן געזונט װערט אַלץ גרעסער.

דערפֿאַר, איז עס אַ װיכטיקע אויפֿגאַבע פֿאַר אונדז צו פּריאָריטירן די װיכקטיקסטע ענינים װעגן פֿאָלקסגעזונט און אַרבעטן פֿאַר אַ גוט און גלײַכמאָסיק געזונט פֿאַר יעדן אײנעם.

מיר אַרבעטן מיט למשל די אָ פֿאָלקסגעזונט־ענינים

אַלקאָהאָל, נאַרקאָטיק, פֿאַרטױבעכצן, טאַבאַק און אַזאַרטשפּילן

ס'איז װיכטיק פֿאַר אונדז, און אַ הויפּט־ציל, צו פֿאַרהיטן די סכּנות פֿון טאַבאַק און אַלקאָהאָל. דערצו, אַרבעטן מיר אויך פֿאַר אַ געזעלשאַפֿט אָן נאַרקאָטיק און פֿאַרטױבעכצן און צו פֿאַרהיטן אַזאַרט־שפּיל־אַדיקציע

דאָס פּסיכישע געזונט און די סיטואַציע אין משך פֿון די קינדער־יאָרן

מיר װילן פֿאַרהיטן פּסיכישע פּראָבלעמען און אַלײנמאָרדן אין דער גאַנצער באַפֿעלקערונג, און פּריאָריטירן קינדער און יוגנט. מיר אַרבעטן פֿאַר גלײַכמאָסיקע רעכט און מיגלעכקײטן, אומאָפּהענגיק פֿון סעקסואַליטעט און מין.

דאָס סעקסועלע געזונט

מיר פֿירן אָן און אַנאַליזירן די אַרבעט צו פֿאַרהיטן HIV און אַנדערע סעקסועלע קראַנקײטן.

די פֿיזישע סבֿיבֿה

אַ פּאָר פֿון אונדזערע אויפֿגאַבעס איז צו אַנטדעקן, פֿאַרהיטן און בטל מאַכן געזונט־סכּנות אין דער נאַטור־סבֿיבֿה.

קראַנקײט־קאָנטראָל און אָנשטעקיקע קראַנקײטן

מיר טראָגן דאָס אַחריות װען עס קומט צו באַשיצן די באַפֿעלקערונג קעגן אָנשטעקיקע קראַנקײטן און האַלטן כּסדר אַן אויג אויף דער אַנטװיקלונג פֿון אינפֿעקציעס. אי אין שװעדן אי אין אויסלאַנד. מיר פֿאַרנעמען זיך מיט אַנאַליזן אין אונדזערע לאַבאָראַטאָריעס און מיר זײַנען תּמיד צוגרײטן צו אַנאַליזירן פּרוּװלעך פֿון עקסטרע אָנשטעקיקע קראַנקײטן.

װאַקצינאַציעס

מיר געבן עצות צו דער רעגירונג װעגן װעלכע װאַקצינאַציעס מע זאָל אַרײַננעמען אין די נאַציאָנאַלע װאַקצינאַציע־פּראָגראַמען. דערפֿאַר, איז עס אויך װיכטיק צו קאָנטראָלירן די איצטיקע פּראָגראַמען כּדי צו װיזן אויב מע דאַרף זײ פֿאַרענדערן.

אַנטיביאָטיק־רעזיסטענץ

באַקטעריעס קענען אַנטװיקלען רעזיסטענץ קעגן אַנטיביאָטיק און דאָס איז הײַנט אַן אַלץ גרעסער פּראָבלעם. מיר שטעלן צונויף און פֿאַרשפּרײטן קענטשאַפֿט צו אי דעם מעדיצינישן סעקטאָר אי דער עפֿנטלעכקײט װעגן װאָס מע קען טאָן כּדי צו פֿאַרמינערן די ריזיקעס. ס'איז אויך װיכטיק צו פֿאַרהיטן דעם, װאָס פּאַציענטן װערן קראַנק אין שפּיטאָלן און אַנדערע טײלן פֿון דעם מעדיצינישן סעקטאָר.

קורצע פֿאַקטן װעגן דער אַדמיניסטראַציע פֿאַר פֿאָלקסגעזונט

.די אַדמיניסטראַציע פֿאַר פֿאָלקסגעזונט איז געגרינדט געװאָרן דעם 1טן יאַנואַר .2014

.די אַדמיניסטראַציע איז דאָ אין אי סאָלנע אי עסטערסונד

מיר האָבן בערך 600 אָנגעשטעלטע בײַ אונדז

די אַדמיניסטראַציע איז אַ טײל פֿונעם סאָציאַל־דעפּאַרטעמענט.

קאָנטאַקט

אינדיװידן קענען אָנקלינגען דעם געזונט־װעגװײַזער 1177 כּדי צו באַקומען עצות און הילף. פֿאַר אַ מעדיצינישער אָפּשאַצונג קען מען זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער לאָקאַלער קליניק, אינפֿעקציע־צענאער אָדער װאַקצינאַציע־צענטער.

010-2052000 טעלעפֿאָן

info@folkhalsomyndigheten.se בליצפּאָסט

Folkhälsomyndigheten, 171 82 Solna פּאָסט־אַדרעס

Folkhälsomyndigheten, Box 505, 831 26 Östersund

Nobels väg 18, Solna באַזוך־אַדרעס

Campusvägen 20, Östersund